Top Songs By Basia Frydman
Credits
AUSFÜHRENDE KÜNSTLER:INNEN
Basia Frydman
Künstler:in
Rimma Gotskosik
Künstler:in
Norbert Bango
Künstler:in
Mirek Wojcik
Künstler:in
Anders Bergin
Künstler:in
Miriam Oldenburg
Künstler:in
KOMPOSITION UND LIEDTEXT
Dmitry Pokrass
Komponist:in
Hirsh Glik
Komponist:in
Lyrics
מילים: הירש גליק
לחן: דמיטרי פוקראס, דניאיל פוקראס
זאָג נישט קיינמאָל אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג,
כאָטש הימלען בלייענע פֿאַרשטעלן בלויע טעג;
קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה –
ס'וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט – מיר זייַנען דאָ!
פֿון גרינעם פּאַלמען-לאַנד ביז ווייַטן לאַנד פֿון שניי,
מיר קומען אָן מיט אונדזער פּייַן, מיט אונדזער וויי,
און וווּ געפֿאַלן איז אַ שפּריץ פֿון אונדזער בלוט,
שפּראָצן וועט דאָרט אונדזער גבֿורה אונדזער מוט.
ס'וועט די מאָרגן-זון באַגילדן אונדז דעם הייַנט,
און דער נעכטן וועט פֿאַרשווינדן מיטן פֿייַנט,
נאָר אויב פֿאַרזאַמען וועט די זון אין דעם קאַיאָר –
ווי אַ פּאַראָל זאָל גיין דאָס ליד פֿון דור צו דור.
דאָס ליד געשריבן איז מיט בלוט און ניט מיט בליי,
ס'איז ניט קיין לידל פֿון אַ פֿויגל אויף דער פֿרייַ,
דאָס האָט אַ פֿאָלק צווישן פֿאַלנדיקע ווענט
דאָס ליד געזונגען מיט נאַגאַנעס אין די הענט.
טאָ זאָג ניט קיינמאָל אַז דו גייסט דעם לעצטן וועג,
כאָטש הימלען בלייענע פֿאַרשטעלן בלויע טעג.
קומען וועט נאָך אונדזער אויסגעבענקטע שעה –
ס'וועט אַ פּויק טאָן אונדזער טראָט – מיר זייַנען דאָ!
Writer(s): R. Skeaping
Lyrics powered by www.musixmatch.com