Lyrics

איך האב געווארט און געווארט און בית מדרש אין א ווינקל דאס לעכטל אויפ'ן עומד האט געטאנצט דאס לעצטן טאנץ אט האט עס זיך פארלאשן ס'איז געווארן טינקל אט האט עס ציפלאקערט גאר א נייעם גלאנץ איך האב געווארט און געווארט געמיינט אז דו וועסט קומען איך האב אזוי געוואלט דיר זעהן אזוי געוואלט געפונען איך האב געווארט און געווארט אזוי א גאנצע נאכט און געווארט און געווארט און גארנישט זיך דערווארט איך האב געזיכט און געזיכט אונם שטורים אונם רעגן אין די זילבערנם פארנאכט און אין די גאלדענע פארטאג איך האב געפרעגט און געפרעגט די היטערס איופן וועגן זיי האבן זיך צילאכט און גארנישט ניט געזאגט איך האב געזיכט און געזיכט געבענקט אז די וועסט קומען איך האב אזוי געוואלט דיר זעהן אזוי געוואלט געפונען איך האב געזיכט און געזיכט אזוי א גאנצע נאכט און געזיכט און געווארט און גערנישט זיך געווארט ווען האב איך דיך דערזעהן ווען האב איך דיך געפונען ווען איך האב שוין נישט געזיכט און נישט געווארט שוין מער ווען טרערן פון מיין אויגן האבן שוין נישט גערינען פון בענקשאפט איז מיין הארץ געווארן ווי א שטיין דערזעהן האב איך דיין געשטאלט אזוי ווי אין א חולם ווי א הערש אנטלויפט פון וואלד כעופר האילים אזוי אנטלויפט דו פון מיר און דו קערסט זיך נישט צירוק פון בענקשאפט אן א שועיר צו דיין פאטערליכ'ן בליק
Lyrics powered by www.musixmatch.com
instagramSharePathic_arrow_out