Topsongs van שלומי אסקל
Vergelijkbare songs
Credits
AUSFÜHRENDE KÜNSTLER:INNEN
שלומי אסקל
Künstler:in
Levy Falkowitz
Künstler:in
יואלי קליין
Künstler:in
KOMPOSITION UND LIEDTEXT
יאיר אלייצור
Songwriter:in
הרב אורן לוי
Komponist:in
הרב שלום הרוש
Songwriter:in
Songteksten
דער אייבערשטער איז גוט, און ער באגלייט אויף יעדן טריט, און אלעס אויף די וועלט ער הערט און ער זעט
ער זעט איך וויל זיין גוט, אפילו אין א שוואך מינוט, ער זעט מיין הארץ וואס שרייט צום טאטן און בעט.
און ער איז שטאלץ מיט מיר, מיט יעדעס מאל וואס איך פראביר, זיך אויפצוהייבן און אנהייבן פונדאסניי
ער זעט די טרער וואס רינט, און ווי א טאטע צו זיין קינד, ער זאגט מיר שעפעלע זארג נישט, איך פארשטיי.
ה יתברך, האט מיך אייביג ליב
און אייביג וועט מיר זיין נאר גוט.
עס וועט זיין נאך און נאך גוט נאך און נאך גוט...
אייביג וועט מיר זיין נאר גוט
דער אייבערשטער ער האט רחמנות, און ער גיט מיר די מתנות, און באגלייט מיר אין יעדע זמן
און דאס איז מיין נחמה, אז ער קוקט אויף מיין נשמה, און ער זעט ווי ערליך איך וויל אלס זיין.
איך בּעט נאר גרויסע בורא, נעם אוועק א יעדע מורא, און נאר מאך דאס לעבן העכער און גרינג
די גאנצע וועלט זאל זען, אז אן דיר קען גארנישט געשען, און פארדעם א יעדן טאג צו דיר איך זינג.
ה יתברך, האט מיך אייביג ליב
און אייביג וועט מיר זיין נאר גוט.
עס וועט זיין נאך און נאך גוט, נאך און נאך גוט...
אייביג וועט מיר זיין נאר גוט
Written by: הרב אורן לוי, הרב שלום הרוש, יאיר אלייצור